מעיברוק, נ.י. - אויטאָריטעטן זאָגן אַז אַ פּאָליציי הויפּט איז געשאָסן געוואָרן אין אַ אָפּסטייט ניו יאָרק דאָרף און אַ פאַרברעכער איז באַריקאַדירט אין אַ הויז, מעלדעט סי.בי.עס.

מעיברוק פּאָליציי טשיף אַרנאָלד "בוטש" אַמטאָר (Arnold "Butch" Amthor) איז געשאָסן געוואָרן אָנקומענדיג צו די סצענע אַרום 10:00 דינסטיג אין דעם דאָרף פון מעיברוק, 55 מייל צפון פון ניו יאָרק סיטי.

פרטים פון די טשיף'ס וואונדן איז נישט אַרויסגעגעבן געוואָרן, אָבער טרופּער סטיווען נעוועל פון די ניו יאָרק סטעיט פּאָליס זאגט אז דער אָפיציר איז ערוואַרטעט עס צו איבערלעבן.

די סטעיט פּאָליס זאָגט אַז טרופּערס און אַ פּאָליציי פאַרהאַנדלער זענען ביי די סצענע ווי דער פאַרברעכער איז באַריקאַדירט.

קיין שום אנדערע פרטים זענען אַרויסגעגעבן געוואָרן.

מעיברוק איז אַ דאָרף פון 3,000 איינוואוינער ממש מערב פון די סטואַרט אינטערנאַציאָנאַלער עירפּאָרט אין לעבן ניובורג.








קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל