די ״וואָל סטריט דשורנאַל״ דעקט אויף פון קוועלער אינערהאַלב די אַראַבישע גאלף לענדער איבער אַ פּלאַן וואָס ליגט יעצט אויפ׳ן טיש אונטער וועלכע אַלע אַראַבישע גאָלף לענדער וועלן נאָרמאַליזירן זייער באַציאונגען מיט מדינת ישראל צום ערשטן מאָל זינט איר גרינדונג, אַלס ערשטע שריט צו אָנקניפּן פולע דיפּלאָמאַטישע באַציאונגען.

אינעם ערשטן שטאַפּל, וועלן די לענדער אָנהייבן אָפיציעל צו אַרבייטן אינאיינעם אויף ראַיאָנאַלע פּראָיעקטן, און בויען געמיינזאַמע טעלעקאָמיוניקאַציע פאַרבינדונגען. אויך וועלן די מדינת ישראל׳דיגע פליגערס ווערן ערלויבט צו פליען העכער די אַראַבישע גאָלף לענדער, אַ זאַך וואָס זיי זענען נישט געווען ערלויבט ביז יעצט.

אין אויסטויש פאַר דעם, וועלן זיי פאַרלאַנגן אַז מדינת ישראל זאָל צייטווייליג אָפּשטעלן דאס בויען אין זידלונגען אינעם מערב ברעג. אויך וועט מדינת ישראל מוזן פאַרגרינגערן די שטייפע האַנדלס פאַרבאָט איבער עזה, און נעמען נאָך שריט וועלכע זאָל פאָראויסריקן דעם שלום פּראָצעדור מיט די פּאַלעסטינער.

דאָס איז אַ דראַמאַטישע טויש אין די ביז יעצטיגע פּאָזיציע פון די אַראַבישע לענדער נישט צו אַנערקענען אין מדינת ישראל ווילאַנג זי שליסט נישט אַ שלום אָפּמאַך מיט די פּאַלעסטינער. דאָס קומט נאָכדעם וואָס אין די לעצטערע יאָרן אַרבייטן מדינת ישראל און סאָודי אַראַביע אינאיינעם אונטערן טיש זיך צו פאַרטיידיגן קעגן איראַן און אייסיס.

לויט דעם באריכט, וועט פּרעזידענט טראָמפּ פאָרשלאָגן דעם פּלאַן פאַר די מדינת ישראל רעגירונג ביי זיין בעפאָרשטייענדן באַזוך, און וועט עס נוצט אַלס מיטל צו מוטיגן די מדינת ישראל רעגירונג זיך צו רוקן פאָראויס מיט די צוויי-שטאַטן לעזונג. לויט פולע קוועלער, איז דער פּרעזידעט אַנטשלאָסן אַז ער וועט קענען באַווייזן צו ענדיגן דעם קאָנפליקט, אַ זאַך וואָס אַלע אַמעריקאַנער פּרעזידענטן אין די לעצטע יאָרן האָבן פרובירט אָהן ערפאָלג.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל