דער פּרעזידענט האָט זיך היינט געטראָפן מיט׳ן טערקישן פּרעזידענט ראַסיפּ טאיעפּ ערדאָוואַן. די באַגעגעניש איז געווען געצילט צו פאַרלייכטערן די אויפברויז פון די טערקישע רעגירונג איבער די אַדמינסטראַציע'ס באַשלוס צו באַוואָפענען די קורדישע רעבעלן אין סיריע ביי די גרעניץ מיט טערקיי, אַ גרופע וועלכע ווערט באַטראַכט דורך טערקיי אַלס אַ טעראָר גרופע.

די באַזוך איז אויך צונוץ געקומען פאַר׳ן טערקישן פּרעזידענט וויבאַלד עס געט אים אַ געלעגנהייט צו שיינען אויף די אינטערנאַציאַנאַלע אַרענע און געניסן פון לעגיטימאַציע נאָכדעם וואָס ער ווערט שאַרף קריטיקירט איבער די וועלט און ווערט מער און מער געזען ווי אַ דיקטאַטור. בלויז נעכטן איז באַריכטעט געוואָרן אַז אַרום 400 רעגירונג אַרבייטער זענען אַרעסטירט געוואָרן צוליב זייער פּאָליטישע פאַרבינדונגען.

ערדאָוואַן האָט קלאָר געמאַכט בעפאָר די באַזוך אַז ער וועט ערקלערן פאַר׳ן פּרעזידעט די געפאַרן וועלכע זענען פאַבינדן מיט באַוואָפענען די קורדן, און האָט אויסגעדריקט האָפענונג אַז ער וועט באַווייזן צו טוישן דעם מיינונג פונעם פּרעזידענט און איבערדרייען דעם באַשלוס.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל