קאירא – די עגיפטישע רעגירונג האט געמאלדן אז זי האט אונטערגענומען באמבארדירונגען אויף אייסיס טעראר קעמפס אין ליביע, מיט דער שטיצע פון די מיליטערישע קרעפטן פונעם ליביער פירער קאליפא האפטאר (איינער פון די עטליכע פירער אויף אנדערע טיילן פון דער צעשפליטערטער ליביע), וואס די באמבארדירונגען זענען געווען א נקמה אויף א מאסיוון טעראר אויפרייס וואס האט פרייטאג פאסירט ביי דער גרעסטער קירכע אינעם עגיפטישן מינא פראווינץ, ביי וועלכע 29 קאפּטישע קריסטן זענען אומגעקומען. די אייסיס טעראר גרופע האט גענומען פאראנטווארטליכקייט פאר דער באמבארדירונג, און עגיפטן זאגט אז איר מיליטער האט דעריבער געצילט די אייסיס קעמפס אין ליביע נאכ׳ן האבן אינפארמאציע אז די טעראריסטן וועלכע האבן דורכגעפירט די אטאקע, האבן זיך טרענירט אין ליביע. לאקאלע זשורנאליסטן האבן אבער געזאגט אז די עגיפטישע באמבארדירונגען האבן פאקטיש באטראפן על-קאידא קעמפס, וואס על קאידא און אייסיס אין ליביע זענען אויף מעסער-שטעך.














קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל