פראנקרייך – אין די יעצטיגע טעג ווערט אפגעצייכנט דער ערשטער יארטאג פון ווען דער ״אידזשיפט-עיר״ פליגער האט אראפגעקראכט אינעם מיטללענדישן ים, אומברענגענדיג אלע 66 וועלכע האבן זיך געפונען אויפ'ן פליגער, און די פראנצויזישע אוויאציע אויספארשער האבן אין א סטעיטמענט געזאגט אז זיי האבן זיך אריינגעלייגט אויסצופארשן א נייע טעאריע, אז א באטעריע פון אן אייפאון האט געברענגט דעם קראך, נישט א באמבע אויפ'ן פליגער, ווי רוב האבן ביז יעצט אנגענומען. די טעאריע איז אז איינער פון די פילאטן האבן געהאט אן אייפאון מיט זיך אינעם פילאטן קאבינע, און ווען ער האט דאס איינגעשטעקט צו ״טשארדזשן״ אין א שטעקער וואס איז נישט עכט געווען געמאכט צו טשארדזשן, האט עס געברענגט אז די ״ליטיום-אייאן״ באטעריע פונעם פאון איז געווארן איבערגעהיצט און עקספלאדירט, ברענגענדיג א מאסיווע פייער און דער עווענטועלער אראפקראך. א ווארטזאגער פאר ״עפל״ האט געזאגט אז די פירמע איז גרייט צו קאאפערירן מיט די אויספארשער.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל