וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט זיך נעכטן צוריקגעקערט פון זיין סוקסעספולע אויסלענדישע רייזע, ווען אין וואשינגטאן האט אים אפגעווארט אן אדמיניסטראציע פארוויקלט אין כאאס, צעמישעניש און סקאנדאל. בייצוקומען דעם כאאס, וואס קומט אלס דירעקטער רעזולטאט פון די אנגייענדיגע אויפדעקונגען ארום זיין קאמפיין׳ס מעגליכע קאאפעראציע מיט רוסלאנד, האט טראמפ און זיינע נאענטע ראטגעבער באשלאסן אוועקצושטעלן א ״מלחמה צימער״ אין ווייסן הויז, וועמענ'ס ציל ס'וועט זיין צו באקעמפן די נאכאנאנדע נעגאטיווע מידיא באריכטן און אטאקעס, און אין דער זעלבער צייט זיך קאנצענטרירן אויף פאראויסשטופן דעם פרעזידענט׳ס אגענדע פון העלט-קעיר, שטייער רעפארם און אינפראסטרוקטור שפענדונג.
דאס אוועקשטעלן דעם ״מלחמה צימער״, דערמאנט פון דער פרעזידענטשאפט פון ביל קלינטאן, וועלכער איז אויך געווען אונטער שטענדיגע אטאקע פון פארשידענע סקאנדאלן, און זיינע ראטגעבער, אין שפיץ פון דזשארדזש סטעפאנאפּאליס און דזשעימס קארוויל, האבן דאן אוועקגעשטעלט א ״מלחמה צימער״ עס צו באקעמפן. לויט באריכטן וועט טראמפ׳ס מלחמה צימער זיין אויסגעשטאט מיט גענצליך נייע שטאב מיטגלידער, וועלכע ארבעטן יעצט נישט אין דער אדמיניסטראציע, און צווישן די נעמען וואס מ'הערט, איז קאורי לאוואנדאוסקי, טראמפ׳ס געוועזענער קאמפיין מענעדזשער, וואס וועט - לויט א ווייסן הויז קוואל - נאך מעגליך די וואך שוין אריינגעברענגט ווערן.
הוסף רשומת תגובה