לאנדאן - די בריטישע רעגירונג האט נעכטן געמאלדן אז זיי האבן צוריק אראפגענידערט דעם טעראר אלערט שטאפל פון ״קריטיש״ צו ״ערנסט״, נאכדעם וואס זיי האבן געזען אז עס איז נישט פארהאן קיין ערנסטער געפאר פון נאך א באלדיגע טעראר אטאקע. דער אלערט שטאפל איז געהעכערט געווארן אין די 24 שטונדן נאך דער שרעקליכער מאנטשעסטערער זעלבסטמארד אטאקע אין וועלכע 22 זענען אומגעקומען, וויבאלד די אויטאריטעטן האבן מורא געהאט אז די אטאקע איז מעגליך טייל פון א גרעסערן טעראר נעץ וואס פלאנירט באלדיגע פרישע אטאקעס. פרייטאג האט מען נאך געהערט אז די אויטאריטעטן האבן געטראפן ממש א באמבע פאבריק אינעם היים פונעם מאנטשעסטער טעראריסט סאלמאן אבאדי, וואס האט געברענגט א זארג אז ער האט צוזאמגעשטעלט נאך באמבעס. למעשה האבן נעכטן די אויטאריטעטן געזאגט אז זיי האבן שוין כמעט ארעסטירט יעדן מעגליכן פארבינדעטן מיט אבאדי׳ס טעראר אקטיוויטעטן און זיי זענען שוין כמעט פארטיג מיט דער אויספארשונג.





קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל