וואשינגטאן – דער פארשוין לי באיד מאלווא, איינער פון די 2 וועלכע האבן אין יאר 02׳ דורכגעפירט די ״די-סי סנייפער״ אטאקעס, האט געוואונען א מאושען וואס ער האט אריינגעגעבן אין געריכט, אז זיין לעבנסלענגליכע טורמע אורטייל זאל ווערן אנולירט. די די-די סנייפער אטאקעס האבן פאסירט אין לויף פון מער ווי א וואך אין אקטאבער יאר 02׳ פון וועלכע צען זענען אומגעקומען אין מיסטעריעזע צילשיסער-סטיל שיסערייען. די שיסערייען האבן געברענגט א שרעקליכן פאניק איבער׳ן לאנד, שטייענדיג קוים עטוואס מער ווי א יאר נאך די סעפטעמבער עלעווען טעראר אטאקעס און מען האט געמיינט אז די צילשיסער אטאקעס איז א פרישע טעראר מאטיוו דורך על קאידא. למעשה האט מען ארעסטירט מאלווא און זיין קאלעגע דזשאן אלען מוכאמעד, און זיי זענען געפונען געווארן שולדיג אין דורכפירן די סנייפער אטאקעס. מוכאמעד איז הינגעריכטעט געווארן אין 09׳, און מאלווא האט באקומען לעבנסלענגליכע טורמע. אצינד האט ער געקלאגט אין געריכט אז ער איז נאך געווען א יוגנטליכער ביים פאראורטיילט ווערן צו לעבנסלענגליכע טורמע, און דעריבער האט ער נישט געטארט באקומען אזא הארבן אורטייל. א פעדעראלער דיסטריקט ריכטער האט צוגעשטימט צו מאלווא און ער וועט דורכגיין א פרישן פאראורטיילונג פראצעס.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל