וואשינגטאן – ״רויטערס״ באריכטעט אז סעקרעטערי אוו סטעיט, רעקס טילערסאן, האט אפגעווארפן א ביטע פונעם סטעיט דעפארטמענט׳ס רעליגיע אפיס אפצוהאלטן א ספעציעלע צערעמאניע פאר דער מוסולמענער ראמאדאן חאגע. זינט 999׳ איז געווארן א טראדיציע אז אינעם מאנאט וואס די מוסולמענער האלטן זייער חאגע ראמאדאן ווערט אפגעהאלטן א צערעמאניע אינעם סטעיט דעפארטמענט, וואו מ'לאדנט איין מוסולמענער פיגורן, אדער פאר אן ״איפטאר״ נאכטמאל, וואס באדייט דאס אויספאסטן יעדע נאכט פונעם מאנאט, אדער סתם פאר א פארזאמלונג ביים ענדע פונעם ראמאדאן מאנאט. די טראדיציע אינעם סטעיט דעפארטמענט איז איינגעהאלטן געווארן סיי אונטער רעפובליקאנער און סיי אונטער דעמאקראטישע אדמיניסטראציעס, אבער טילערסאן האט זיך אנטזאגט דאס אנצוהאלטן, ברענגענדיג אויפברויז ביי דער אמעריקאנער מוסולמענער געמיינדע.

הוסף רשומת תגובה