טעקסאס – א נאציאנאלע סענזאציע האט זיך אנטוויקלט נאכדעם וואס א טיטשער אין א שולע אין טעקסאס האט באלוינט א סטודענט מיט א ״טעראריסט״ מעדאל. דער מעדאל איז געווען טייל פון א וויץ וואס די שולע פירט דורך יעדעס יאר בעפאר די סטודענטן גייען אויף זומער וואקאציע, און איין סטודענט האט באקומען א מעדאל, אז ער איז ״דאס מערסטע אויסגעשטעלט צו ווערן א טעראריסט״. די פאמיליע פונעם סטודענט איז ארויסגעקומען און דערציילט פאר דער מידיא איבער דעם מעדאל, און דאס האט באלד געשאפן א קאנטראווערסיע, וויבאלד ס'האט פאסירט קוים 2 טעג נאך דער טעראר אטאקע אין מאנטשעסטער, ענגלאנד, און די נאציאנאלע מידיא האט געמאכט פון דער געשיכטע א גאנצע סענזאציע, ברענגענדיג אז די שולע פירערשאפט זאל סוספענדירן דעם טיטשער.




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל