.
מאנהעטן – א שטורעם קאכט זיך אין ניו יארק סיטי נאכ'ן הערן אז ביי דער יערליכע ״פארטא ריקא טאג״ פאראדע, וואס וועט פארקומען יוני 11, וועט באעהרט ווערן דער פארשוין אסקאר לאפּעז ריווערא, דער פארטא-ריקאנער טעראריסט וועלכער איז לעצטנס באפרייט געווארן פון טורמע. אלס רעזולטאט פונעם פלאן צו באעהרן ריווערא, האבן שוין פילע גרויסע פירמעס געמאלדן אז זיי וועלן מער נישט ספאנסערן די גרויסע פאראדע, און פאליציי קאמישאנער דזשעימס אניעל האט שוין מיט עטליכע וואכן צוריק געזאגט אז ער וועט נישט אנטיילנעמען ביי דער פאראדע. פרייטאג האט מען געהערט פון גאווערנאר קאומא אז ער וועט נישט אנטיילנעמען, אבער מעיאר דעבלאזיא פלאנט יא אנטיילצונעמען ביי דער פאראדע, וואס לויט ווי פילע זאגן וועט דעבלאזיא׳ס אנטיילנעמונג לעגיטימיזירן דעם טעראריסט ריווערא.




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל