מאנהעטן – א מאנהעטן סופרים קאורט ריכטער האט געאורטיילט אז די ״יו-פי-עס״ שיפּינג פירמע מוז באצאלן 247 מיליאן דאלער פאר ניו יארק סיטי און ניו יארק סטעיט, איבער דעם וואס זיי האבן צוגעלאזט אז אומלעגאלע האנדלער פון ציגארעטלעך זאלן שיקן ריזיגע שיפמענטס פון ציגארעטלעך און זיך ארויסדרייען פון דארפן באצאלן די ספעציעלע טאבאקא שטייערן, וועלכע זענען אין ניו יארק פון די העכסטע אין לאנד. ניו יארק האט שוין אריינגעגעבן די אנקלאגע קעגן יו-פי-עס אין יאר 15׳, זאגנדיג אז יו-פי-עס האט ווילנדיג געהאלפן די הענדלער זיך ארויסדרייען פון באצאלן שטייערן און צו פארפלייצן די ניו יארקער שטעט מיט ציגארעטלעך, שעדיגנדיג דאס געזונט פון מיליאנען איינוואוינער. די פירמע האט זיך פרובירט צו פארטיידיגן אז זי קען נישט אזוי גוט באוואכן פונקטליך וואס עס ליגט אין די 1.6 מיליאן פעקלעך וואס זי ליפערט טעגליך, אבער דער מאנהעטענער ריכטער האט צוגעשטימט מיט ניו יארק און פארארדענט יו-פי-עס צו באצאלן די גרויסע געלט שטראף.




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל