וואשינגטאן – ״פעיסבוק״, עמעזאן״ און אנדערע צענדליגער גרויסע אמעריקאנער טעכנאלאגיע פירמעס, האבן זיך פאראייניגט און געשיקט א בריוו צו קאנגרעס, צו פארלאנגען מער אינטערנעט פריוואטקייט. דער בריוו קומט בעפאר דער דערווארטעטער העפטיגע דעבאטע וואס וועט פארקומען אין קאנגרעס אין די קומענדיגע שטיק צייט, ווייל קאנגרעס וועט דארפן נאכאמאל באנייען דעם ״אויסערן שפיאנאזש סורוועילענס אקט״, וואס איז באשטעטיגט געווארן נאך סעפטעמבער עלעווען צו ערלויבן מער שפיאנאזש אין אויסלאנד און אין אמעריקע. א הויפט זארג פון די טעכנאלאגיע פירמעס איז ״סעקשאן 702״ פונעם געזעץ וואס ערלויבט די רעגירונג צו זאמלען הויפנס אינטערנעט דאטא, פון אויסלענדישע און אמעריקאנער אינאיינעם, און נאכזוכן דערין פאר מעגליכע טעראר אקטיוויטעטן, אן דעם וואס מ'זאל דארפן ארויסנעמען א באזונדערע געריכט ערלויבעניש דערפאר. די טעכנאלאגיע פירמעס זאגן אז דאס איז נישט קאנסטיטוציאנעל אויסגעהאלטן.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל