וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ׳ס אידישער איידעם און ראטגעבער דזשעראד קושנער איז פלוצלינג געווארן א הויפט ציל פון די אנגייענדיגע פעדעראלע אויספארשונגען איבער׳ן טראמפ קאמפיין און רוסלאנד, נאכדעם וואס עטליכע נאציאנאלע נייעס קוועלער האבן באריכטעט אז די פעדעראלע פארשער באציען זיך אויף געשפרעכן און זיצונגען וואס קושנער האט געהאט אין לויף פונעם קאמפיין און אין לויף פון דער טראנזישאן פעריאדע מיט'ן רוסישן אמבאסאדאר סערגעי קיזליאק און מיט הויכראנגיקע רוסישע בענק עקזעקיוטיוון. א ווארטזאגער פאר קושנער האט פרייטאג געזאגט אז דזשעראד איז גרייט צו קאאפערירן מיט די עף-בי-איי און וועט אראפקומען פאר א פערזענליכע אויספארשונג אויב ס'וועט זיך אויספעלן, און אין דער זעלבער צייט האבן באריכטן אינעם ״ניו יארק טיימס״ און ״וואשינגטאן פאוסט״ געלויטעט אז קושנער זאגט שטילערהייט פאר זיינע פריינט אז ער טראכט פון פארלאזן זיין פאזיציע אין ווייסן הויז וויבאלד ער איז אונטער אויספארשונג.




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל