פארגאנגענעם ערב שבת קודש איז אין ניו יארק געמאלדן געווארן, אז דער כינוס הרבבות און ריזיגע עצרת מחאה - וואס ווערט שוין צוגעגרייט א שטיק צייט אין ניו יארק, מיט'ן ציל צונויפצוברענגען צענדליגער טויזנטער אידן און אינאיינעם אויסשרייען דעם וויי-געשריי קעגן דער ביטערער גזירת גיוס אין ארץ ישראל און אויסדריקן סאלידאריטעט מיט די אחים לדעה וואס ווערן געפירט אין די תפיסות צוליב'ן קעמפן קעגן דער גזירת שמד פון גיין אין ציוניסטישן מיליטער - וועט פארקומען אינעם ריזיגן סטאדיום "בארקלעיס צענטער" אין ברוקלין, און וועט אי"ה אפגעהאלטן ווערן צוויי וואכן ארום, זונטאג פרשת שלח, אין שפיץ פון גדולי וצדיקי הדור וראשי ישיבות שליט"א, באגלייט מיט פייערדיגע דרשות איבער חובת השעה. היו נכונים!


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל