וואשינגטאן – אן אינטערעסאנטע שטודיע פון די אמעריקאנער "צענטער פאר דעזיז קאנטראל און פארמיידונג" צייגט, אז צום ערשטן מאל אין היסטאריע האט מען דערגרייכט אז מער הייזער אין אמעריקע פארמאגן נישט קיין היים-טעלעפאנען ווי וויפיל עס פארמאגן דאס יא.

די שטודיע, דורכגעפירט צווישן יולי און דעצעמבער אין יאר 16', צייגט ספעציפיש אז זיבעציג פראצענט פון אלע יונג-ערוואקסענע (דאס הייסט צווישן 25 יאר און 34 יאר אלט) און זיבעציג פראצענט עלטערע-ערוואקסענע וועלכע האבן א געדונגענעם הויז און נישט קיין אייגענע, האבן בלויז א סעלפאון און בכלל נישט קיין היים-טעלעפאן ליניע, און פון אלע אמעריקאנער פאמיליעס האבן 50.8 פראצענט שוין נישט קיין היים-טעלעפאן ליניע. 40 פראצענט אמעריקאנער זאגן אז זיי האבן סיי סעלפאונס און סיי היים-טעלעפאן ליניעס. די שטודיע, וואס ערשיינט 34 יאר נאכדעם וואס דער ערשטער סעלפאון איז פארקויפט געווארן פאר'ן פובליק, צייגט אז ערוואקסענע וועלכע האבן נאר סעלפאונס און נישט קיין היים-טעלעפאן ליניע, זענען מער אויסגעשטעלט צו זיין צוגעבונדן צום ביטערן טראפן אדער דראגס.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל