סיטי געזעץ ערלויבט נישט פרעגן איבער געהאלט
מאנהעטן – ניו יארק סיטי מעיאר ביל דעבלאזיא האט אונטערגעשריבן א געזעץ, וועלכע דערקלערט אז עס איז אומלעגאל פאר ארבעטסגעבער צו פרעגן מענטשן ביי דזשאב-אינטערוויוס וויפיל געלט זיי האבן פארדינט ביי זייערע פריערדיגע דזשאבס.

דאס געזעץ, וועלכע איז אריינגעגעבן געווארן אלס פארשלאג אריגינעל דורך ניו יארק סיטי פובליק אדוואקאט לעטישע דזשעימס, צילט צו עלימינירן דיסקרימינאציע קעגן פרויען און מינאריטעטן ארבעטער וועלכע פארדינען אין דורכשניט ווייניגער ווי געווענליכע ארבעטער, און דאס געזעץ וועט אריינגיין אין אפעקט אין 180 טעג פון פארלאפענעם דאנערשטאג.

ארבעטער וועלכע שפירן אז זייער נייער ארבעטסגעבער האט פארלעצט דאס געזעץ, קענען אריינגעבן א קאמפלעינט צו דער ניו יארק סיטי "מענטשן רעכט" קאמיסיע, און דער ארבעטסגעבער קען אויסשטיין א געלט שטראף פון מאקסימום א פערטל מיליאן דאלער.

די סטעיט מאסעטשוסעטס האט שוין פאראיאר באשטעטיגט אזא געזעץ, זייענדיג די ערשטע סטעיט אין אמעריקע דאס צו האבן.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל