אלבאני – די אדמיניסטראציע פון ניו יארק גאווערנאר ענדרו קאומא האט ארויסגעגעבן פרישע סטאטיסטיקס אין וועלכע זיי ווארענען אז א געשאצטע איין מיליאן ניו יארקער בירגער וועלן מעגליך פארלירן זייער העלט אינשורענס אויב דער רעפובליקאנער פלאן – וועלכע איז נעכטן באשטעטיגט געווארן אין קאנגרעס – וועט טאקע אריינגיין אין אפעקט.

אונטער אבאמאקעיר, האט ניו יארק סטעיט שטארק אויסגעברייטערט אירע העלט-קעיר בענעפיטן פאר מיליאנען איינוואוינער, דורכ'ן צושטעלן מעדיקעיד פאר פיל מער מענטשן, אפילו וואס פארדינען אביסל מער ווי די ארימסטע שיכט, און אונטער אבאמאקעיר איז דער פראצענט פון ניו יארקער וועלכע האבן נישט קיין העלט-אינשורענס געפאלן צו בלויז 5 פראצענט. אבער יעצט מיט'ן רעפובליקאנער פלאן, וועט ניו יארק סטעיט פארלירן ארום 6.9 ביליאן דאלער וואס זי פלעגט באקומען ביז יעצט פון דער פעדעראלער רעגירונג צו העלפן דעקן העלט-אינשורענס קאסטן, וואס גאווערנאר קאומא זאגט אז ס'קען איבערלאזן א מיליאן ניו יארקער אן קיין אינשורענס.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל