דזשאנסאן-און-דזשאנסאן דארף צאלן מיליאנען
ווירדזשיניע – די באקאנטע ״דזשאנסאן און דזשאנסאן״ פירמע דארף באצאלן די אסטראנאמישע סומע פון 110 מיליאן דאלער פאר א פרוי אין ווירדזשיניע, וועלכע איז דיאגנאזירט געווארן מיט קענסער ל״ע און זי קלאגט אז דאס איז געקומען נאכ׳ן נוצן די ״טאַלקאָם פּאָודער״ פון דער פירמע.

״דזשאנסאן און דזשאנסאן״ איז פארמישט אין די לעצטע יארן אין פילע אנקלאגעס איבער איר טאלקאם פאודער, וואס צווישן היימישן עולם האט מען אויך געהערט פון פילע וואס זענען ליידער אנגעשטעקט געווארן מיט דער ביטערער מחלה נאכ׳ן נוצן די פאודער; דזשוריס אין דריי באזונדערע קעיסעס אין מיזורי האבן געאורטיילט אז די פירמע דארף באצאלן א קאלעקטיווע 197 מיליאן דאלער, אבער די יעצטיגע דזשורי אורטייל פון 110 מיליאן דאלער איז די גרעסטע פאר אן איינצלנע אנקלאגע.

א ווארטזאגער פאר דער פירמע האט אפגעווארפן די סייענטיפישע באווייזן וואס זענען געברענגט געווארן ביי די פראצעסן, און האט אנגעוויזן אז זי האט שוין געוואונען אפאר קעיסעס איבער דעם פאודער.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל