מוגאדישו – דאס אמעריקאנער מיליטער האט באשטעטיגט אז אן אמעריקאנער נעווי סיעל אפיציר איז אומגעקומען אין אן אטאקע דורך דער על-קאידא-פארבינדעטער ״על שאבאב״ טעראר גרופע אין סאמאליע, ווערנדיג די ערשטע אמעריקאנער מיליטערישע פאטאליטעט אין סאמאליע זינט יאר 993׳.

אמעריקע האט זיך ארויסגעצויגן פון סאמאליע אין 993׳, נאכדעם וואס מיליטאנטן האבן אראפגעשאסן אן אמעריקאנער העליקאפטער וואס האט געקאסט די לעבנס פון עטליכע זעלנער, אבער פרעזידענט טראמפ האט באשטעטיגט דארט א באנייאונג פון אמעריקע׳ס קאנטער-טעראריזם אפעראציעס. דאס סאמאליער מיליטער זאגט אז דער אמעריקאנער נעווי סיעל איז אומגעקומען אינמיטן אן אנטי-טעראר אפעראציע אויף אן על שאבאב באזע אין שטאט בארי, וואו עס זענען אומגעברענגט געווארן זיבן מיליטאנטן.

דער נעווי סיעל'ס נאמען איז קאייל מילליקען (Kyle Milliken). אויסער דעם אומגעקומענעם נעווי סיעל, זענען 2 אנדערע פארוואונדעט געווארן.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל