וואשינגטאן – די פעדעראלע לעיבאר דעפארטמענט האט פרייטאג פארעפנטליכט דעם מאנאטליכן דזשאבס באריכט, און עס צייגט אז אין פארלאפענעם מאנאט אפריל זענען צוגעקומען אזויפיל ווי 211 טויזנט דזשאבס אין אמעריקע, און דער פראצענט ארבעטסלאזע איז געפאלן צו בלויז 4.4 פראצענט, די נידריגסטע אין נאענט צו צען יאר.

דער באריכט צייגט אויך אז געהעלטער זענען אין דורכשניט געשטיגן מיט זיבן צענט, צו א דורכשניט פון 26 דאלער און 19 צענט א שעה. אויך צייגט דער באריכט אז די מערסטע דזשאבס זענען צוגעקומען אין דער ״סערוויס״ אינדוסטריע, דאס הייסט האטעלס, העלט-קעיר, און ענליכס, אין דער צייט וואס די מאנופעקטשורינג אינדוסטריע האט געליטן ווייטער פון איר נאכאנאנדע פאמעלעכקייט.

פרייטאג און שבת האבן גלאבאלע מארקעטס געהאנדלט אין די ״גרינע״ שטייגנדע ציפערן, זייענדיג אפטימיסטיש נאכ׳ן גוטן דזשאבס באריכט.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל