ליבעראלן נוצן טראמפ'ס אויסטראליע קאמענטארן
ניו יארק – פארלאפענעם דאנערשטאג האט טראמפ באזוכט זיין היימשטאט ניו יארק סיטי, וואו ער האט באזוכט דעם אינטרעפיד מיליטערישע שיף מוזעאום און האט זיך געטראפן מיט'ן אויסטראליער פרעמיער מיניסטער מאלקאלם טורנבאל.

ביים אדרעסירן די מידיא בשעת'ן צוזאמטרעף מיט טורנבאל, איז טראמפ אנגעפרעגט געווארן איבער'ן ביל וואס קאנגרעס האט געהאט באשטעטיגט עטליכע שעה פריער אפצושאפן אבאמאקעיר, און טראמפ האט קאמענטירט אז ס'גייט זיין א מאסיווער זיג ווען ס'גייט עווענטועל באשטעטיגט ווערן אינעם סענאט, דערנאך האט טראמפ צוגעגעבן, זיך אויסדרייענדיג צום אויסטראליער פרעמיער מיניסטער, "ענק האבן בעסער העלט-קעיר ווי מיר האבן".

מער האט נישט אויסגעפעלט, און אזעלכע ליבעראלע פיגורן ווי בערני סענדערס און אנדערע האבן ארויסגעהויבן דער פאקט אז טראמפ האט אין אנדערע ווערטער אויסגעלויבט סאציאליסטישע ליבעראלע "אוניווערסיאל העלט-קעיר", וואס באדייט אז די רעגירונג שטעלט צו פאר אלע בירגער העלט-קעיר, וואס אזוי איז דער סיסטעם אין אויסטראליע און אין אלע אנדערע גרויסע לענדער.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל