די עיר פארס' X-37B ספעיס שאטל האט היינט געלאנדעט אין פלארידע, נאך א רעקארד-ברעכענדע פראבע איינגעהילט אין גרויס געהיימעניס.
די X-37B מיסיע ווערט אנגערופן די OTV4 - די 4'טע אָרביטאַלע טעסט וועהיקל (פראבע אויטא-מאשין).
(די שאטל מיינט אז די ספעיס שיף וואס גייט אריין אין ארביט, קומט שפעטער צוריק אראפ און לאנדט אזויווי אן עראפלאן.)
די נייע ווערסיע איז נאך אין די עקספערימענט סטעידזש, און לאנדט אינגאנצן אויטאמאטיש. היינט האט די שאטל געלאנדעט אין קענעדי ספעיס צענטער אין פלארידע נאכן זיין 718 טעג אין ספעיס. היינט איז פארענדיגט געווארן די פערטע מיסיע פון די מיני שאטלס. די מיליטער זאגט אז די מיסיע איז געווען א טעסט מיסיע, אבער קאנספיראציע ליבהאבער האבן אסאך טעאריעס וואס די ציל איז געווען, אריינגערעכנט שפיאנירן אויף די כינעזע ספעיס סטאנציע, אדער באוואפענען ספעיס.
אזוי אויך האט די מיליטער קיינמאל נישט געמאלדן ווי עס פליט, אבער אסטראנאמיסטן האבן אלס נאכגעפאלגט ווי ס'האלט דורך עס זעהן ווען די זון שיינט אויף אדער גייט אינטער.
די מיליטער האט נישט געגעבן קיין שום מעלדונג בעפאר זיי האבן געפלאנט צו לאנדן די מיני שאטל אזוי מען טוהט געווענדליך, נאר אלעס איז געווען איינגעהילט אין א מיסטעריעזע געהיימעניס. אנשטאט האבן זיך די איינוואוינער אין פלארידע זיך היינט אויפגעוועקט צו א סאניק בום (דאס געשעהט ווען פליגער'ס פליען שנעלער ווי די ספיד פון סאונד), אהן קיין ווארענונג פריער.

די OTV-4 האט אדורכגעפירט עקספּערימענטן פאר 718 טעג דורכאויס איר מיסיע אין אָרביט, וואס ברענגט איר סך-הכל'דיגע טעג אין אָרביט צו 2,085.
כאטש וואס די ספעיס שאטל איז שוין ריטייערט, ארבייט אבער די מיליטער אויף א נייע ווערסיע פונעם ספעיס שאטל, א מיני שאטל, ס'איז סאך א קלענערע ווערסיע און ס'ווערט ארויפגעשיקט אויף א געהעריגע ראקעט, אזויווי א סעטעלייט.
(די שאטל מיינט אז די ספעיס שיף וואס גייט אריין אין ארביט, קומט שפעטער צוריק אראפ און לאנדט אזויווי אן עראפלאן.)
די נייע ווערסיע איז נאך אין די עקספערימענט סטעידזש, און לאנדט אינגאנצן אויטאמאטיש. היינט האט די שאטל געלאנדעט אין קענעדי ספעיס צענטער אין פלארידע נאכן זיין 718 טעג אין ספעיס. היינט איז פארענדיגט געווארן די פערטע מיסיע פון די מיני שאטלס. די מיליטער זאגט אז די מיסיע איז געווען א טעסט מיסיע, אבער קאנספיראציע ליבהאבער האבן אסאך טעאריעס וואס די ציל איז געווען, אריינגערעכנט שפיאנירן אויף די כינעזע ספעיס סטאנציע, אדער באוואפענען ספעיס.
אזוי אויך האט די מיליטער קיינמאל נישט געמאלדן ווי עס פליט, אבער אסטראנאמיסטן האבן אלס נאכגעפאלגט ווי ס'האלט דורך עס זעהן ווען די זון שיינט אויף אדער גייט אינטער.
די מיליטער האט נישט געגעבן קיין שום מעלדונג בעפאר זיי האבן געפלאנט צו לאנדן די מיני שאטל אזוי מען טוהט געווענדליך, נאר אלעס איז געווען איינגעהילט אין א מיסטעריעזע געהיימעניס. אנשטאט האבן זיך די איינוואוינער אין פלארידע זיך היינט אויפגעוועקט צו א סאניק בום (דאס געשעהט ווען פליגער'ס פליען שנעלער ווי די ספיד פון סאונד), אהן קיין ווארענונג פריער.
א טייל פון די מאַטעריאַל פון די ארטיקל איז גענומען פון זאכליך (אייוועלט).
הוסף רשומת תגובה