מענטשן רעכט גרופעס בעטן טראמפ זאל פארהאלטן פיליפינער פרעזידענט איבער מענטשן רעכט פארלעצונגען
דאס ווייסע הויז האט געמאלדן איבער א בעפארשטייענדע באזוך און אז פרעזידענט טראמפ האט געהאט א טעלעפאנישע געשפרעך מיט׳ן קאנטראווערסיאלער פרעזידענט פון די פילפינען דוארעטע און אים איינגעלאדענט צו באזוכן אין ווייסן הויז. דאס ווייסע הויז האט געזאגט אז עס איז געווען א גוטע און פריינטליכע שמועס.

די שריט איז זייער קאנטראווערסיאל, וויבאלד דוארעטע האט זיך אויפגעבויעט א רעפוטאציע אלס א גאר אויסגעשפראכענע כאראקטער, און ווערט באשולדיגט אין די וועלט אלס מאסן מערדער. דוארעטע האט לעצטנס שטארק אראפגעריסן אמעריקע און דערקלערט אז זיין לאנד איז מערנישט אליאירט מיט אמעריקע, אבער דאס לאנד געפונט זיך אויך אונטער די געפאר פון נארט קארעא וואס ברענגט דאס לאנד נענטער צו אמעריקע.

די פילפינער רעגירונג האט נאכנישט אפיציעל באשטעטיגט דעם באזוך. מענטשן רעכט גרופעס האבן פארלאנגט אז דער פרעזידענט זאל פארהאלטן דעם פיליפינער פרעזידענט איבער די מערדעריי וואס זיין רעזשים פירט דורך אין קאמפ קעגן דראגס.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל