פרישע שפעקולאציעס האבן אנגעהויבן צירקולירן אז דער געוועזענער וויצע פרעזידענט דשאו ביידען גרייט זיך אויף א פרעזידנטליכע קאמפיין אין 2020, און וועט זוכן צו באזיגן פרעזידענט טראמפ, פולע סימנים צייגן אז די באריכטן זענען טיילווייז ריכטיג, אבער דער וויצע פרעזידענט אליין טוט עס דערווייל קאטעגאריש אפלייקענען.

די שפעקולאציעס זענען שטערקער געווארן נאכדעם וואס ער האט די ענדע וואך באזוכט ניו העמפשיר און געהאלטן שטארק פאליטישע רעדעס פאר אקטיוויסטן, און אויך אויפגעשטעלט א קאמיטע צו זאמלען געלט פאר די בעפארשטייענדע וואלן, דאס זענען די שריט וואס טוען געווענליך אנדייטן אויף א פלאן צו אנהייבן א פרעזידעטליכע קאמפיין, ספעציעל אין ניו העמפשיר ווי עס ווערן אפגעהאלטן די ערשטע פריימעריס.

א "פאליטיקא" באריכט צייגט אויך אן אז זיינע נאענטע געהילפן האבן שוין צוגעגרייט א פארטיג אכצן-מאנאטיגן קאמפיין פלאן, אין פאל ביידען באשליסט צו לויפן קעגן פרעזידענט טראמפ. "פאליטיקא" צייגט אן אויף זיין סקעדזשועל פון רעדעס אין די קומענדיגע מאנאטן, ניו העמפשיר, ניו יארק, פלארידע און נעוואדא – אלעס וויכטיגע סטעיטס פאר עמיצן וואס טראכט צו לויפן פאר פרעזידענט.

אבער ביידען זאגט אז טראץ וואס ער איז אנטשלאסן צו בלייבן אקטיוו אין פאליטיק און העלפן באזיגן טראמפ אין 2020 וועט ער אבער נישט לויפן, ער זאגט אז די פאליטישע אקטיוויטעטן אין ניו העמפשיר זענען צו אנגרייטן דעם באדן פאר סיי וועלכע קאנדידאט עס וועט לויפן פון די דעמאקראטישע פארטיי



גענומען מיט רשות פון "פיינע נייעס".

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל