קאנגרעס פאראייניגט זיך אויף אן אפמאך צו פינאנצירן די רעגירונג ביז סעפטעמבער

פארהאנדלער אין קאנגרעס האבן באוויזן זונטאג שפעט ביינאכט צו צוזאמענברענגען ביידע זייטן פון די הויז צו איינשטימען אויף א בודשעט וואס וועט פארזיכערן פינאנצירונג פאר די פעדעראלע רעגירונג ביז קומענדיגן סופעטמבער, ברענגענדיג צו אן ענדע זי זארג וואס האט געהערשט אין וואשינגטאן איבער א רעגירונג אפשלוס.

היינט וועט קאנגרעס אפהאלטן א אפשטימונג אויף די בודשעט און זענען ערווארטעט צו באשטעטיגן א בודשעט פון בערך א טריליאן דאלער, און עס איז ערווארטעט צו אריבערגיין מיט שטיצע פון ביידע פארטייען.

די בודשעט אנטהאלט שטארקע געווינסן פאר די דעמאקראטן, וויבאלד מען איז אנגעוויזן אויף זייערע שטימען, און אזוי אויך דערגרייכונגען פאר די ווייסע הויז וואס האט באקומען וואס זיי האבן געבעטן, ווי צום ביישפיל א העכערונג פון 12 ביליאן דאלער אין מיליטערישע אויסגאבן, און נאך א אנדערטהאלבן ביליאן דאלער אין גרעניץ קאנטראל.

פרעזידענט טראמפ האט נאכגעגעבן זיין פריערדיגע פארלאנג אז די בודשעט זאל אנטהאלטן פאנדינג פאר זיין גרעניץ וואנט וואס ער וויל בויען צווישן אמעריקע און מעקסיקא, און די געלט וואס איז באשטעטיגט געווארן פאר גרענץ קאנטראל קומט אויך מיט שטרענגע פארשריפטן אז עס מעג נאר גענוצט ווערן פאר עקזיסטירנדע טעכנאלאגיע און נישט צו אנטוויקלן א נייע וואנט.

די דעמאקראטישע פירערשאפט אין קאנגערס זאגט אז די אפמאך איז א שטארקע זיג פאר זיי, און אז די רעפובליקאנער האבן זיך עווענטועל געבויגן צו כמעט אלע פארלאנגען, און די דעמאקראטן האבן באוויזן צו ארויסנעמען איבער 160 פאליסי שטריכן וואס די רעפובליקאנער האבן אריינגעלייגט אינעם בודשעט, און אזוי אויך באוויזן צו אריינלייגן הונדערטער מיליאנען פאר צוועקן וואס די אדמיניסטראציע איז געווען אנטשלאסן צו שניידן פינאנצן.

די בודשעט אנטהאלט צווישן אנדערע 295 מיליאן דאלער פאר פארטא ריקא׳ס העלט קעיר סיסטעם, ארום 400 מיליאן דאלער פאר׳ן צוריקשטעלן וועלדער וועלכע זענען געשעדיגט געווארן פון וואלדפייערן, און אזוי אויך ארום 100 מיליאן דאלער פאר פראגראמען צו פארמיידן דראג מיסברויך.

גענומען מיט רשות פון "פיינע נייעס".

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל