מארין לא פען: איך וועל פארבאטן כשר׳ע שחיטה אלס פרעזידענט פון פראנקרייך


די עקסטרעם רעכטע מארין לא-פען וואס לויט אלס פרעזידענט פון פראנקרייך אויף א פלאטפארמע וואס רופט פאר גאר קאנטראווערסיאלע שריט קעגן פראנצויזישע מוסלעמנער האט שוין עטליכע מאל קלאר געמאכט אז אירע פאליסיס וועט זיין שלעכט פאר פראנויזישע אידן, צווישן אנדערע האט זי געזאגט אז זי וועט פארבאטן צו טראגן א קאפל אין עפנטליכע ערטער, און היינט האט זי זיך ווידער געלאזט הערן זאגנדיג אז זי וועט זוכן צו פארבאטן כשר׳ע שחיטה אין פראנקרייך.

לא-פען איז א טאכטער פון דשאן לא-פען אן אויסגעשפראכענער אנטיסעמיט און האלאקאוסט לייקענער, זי איז אויך באשולדיגט געווארן אלס טיילווייז לייקענער די האלאקאוסט ווען זי האט מינימיזירט די טייל וואס פראנקרייך האט געהאט אין פארטרייבן אירע אידן, נעכטן ביי א אנדענק צערעמאניע אין מדינת ישראל פאר די האלאקאוסט האט פרעזידענט ראובן ריבלין שארף אראפגעריסן לא-פען און גערופן פאר די וועלט זיך צו פאראייניגן קעגן איר היציגע רעטאריק.

אידן אין פראנרייך האבן איינשטימיג געוועלט קעגן לא-פען, און פולע אידישע פירער אין פראנקרייך האבן שוין געזאגט אז אין פאל לא-פען געווינט די פרעזידנעטשאפט וועלן מעגליך א מערהייט פון די הונדערטער טויזנטער פראנצויזישע אידן פארלאזן דאס לאנד.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל