
די אלגעמיינע וועלט צייכנט אין די טעג אפ אנדענק טעג פאר די אומגעקומענע אידן ביים שרעקליכן חורבן, און צערעמאניעס ווערן אפגעהאלטן איבער די גאנצע וועלט צו אפצייכענען די געשעענישן, און היינט האט די האָלאָקאָוסט מוזעאום אין וואשינגטאן אפגעהאלטן א גרויסע צערעמאניע אין קעפיטעל היל אין וועלכע עס איז אויך באנייעט געווארן א נייע פליגל פאר די מוזעאום וואס וועט זיך אפגעבן מיט פארש ארבעט.
פרעזידענט דאנעלד טראמפ האט זיך באטייליגט ביי די געשעעניש און געגעבן א גאר ווארימע רעדע, ער האט צווישן זיינע ווערטער באצייכנט דעם חורבן אלס ״די פינסטערסטע קאפיטל אין מענטשליכע געשיכטע״ און פארשפראכן אז אמעריקע האט זיך געלערנט א לעקציע פון די פארגאנגנהייט און ״קיינמאל וועט אמעריקע מער נישט שטיין אין די זייט ווען אידן ווערן אטאקירט״ און דערמיט געשיקט א סיגנאל צו איראן זאגנדיג ״א רעזשים וואס רופט פאר די פארניכטונג פון מדינת ישראל זאל וויסן אז אמעריקע איז אנטשלאסן נישט צו לאזן קיימאל אזאנס פאסירן.
הוסף רשומת תגובה