Image Alternative Text



 א אומבאקאנטער פארשוין מאכט ״העדליינס״ אין די לעצטע טעג מיט זיינע אפענע אנטי-סעמיטישע רעטאריק, טאמעס לאפעז-פיערע איז א לאטינא וואס לויפט פאר די זיץ פון סיטי קאנסיל אין די 7טער דיסטריקט אין מאנהעטן ווי עס איז קאנצעטרירט א גרויסע געמיינדע פון אידן און אזוי אויך לאטינאס און אפריקאנער-אמעריקאנער, לאפעז פרובירט צו רייטן אויף די געפילן פון די ארימערע געמיינדעס אז ער איז זייער אדוואקאט קעגן די ״אידישע לענדלארד״ וואס זוכן זיי צו ארויסווארפן פון זייערע הייזער, און נוצט אפענע אנטי-סעמיטישע רעטאריק.

לאפעז לויפט פאר די זיץ וואס ווערט יעצט געהאלטן דורך קאונסיל מעמבער מארק לעווין, א איד וועמען ער באשולדיגט אלס א פארטרעטער פון די ״רייכע אידן״ און זוכט אים צו ערזעצן אין די דעמאקראטישע פריימעריס, זינט עס איז באקאנט געווארן די רעטאריק פון זיי קעגנער האט לעווין באקומען א פלייץ פון קאמפיין ביישטייערונגען פון איבער גאנץ ניו יארק.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל