א געוועזנער פאליציי ליוטענענט און א אדוואקאט וואס האט געדינט אלס פראקוראר פאר ניו יארק זענען ארעסטירט געווארן צוליב זייער אנגעבליכע ראלע אין א קארופציע סקאנדאל אין ווערן באשולדיגט אין באשטעטיגן לייסענס פאר וואפן אייגענטומערשאפט אין אויסטויש פאר ווערדפולע מתנות ווי צירינג, רייזע טיקעטס און קעש.

לויט די אנקלאגע האט די שווינדל אנגעהאלטן פאר 6 יאר צווישן 2010 און 2016 ווען אין לויף פון די יארן האבן זיי ארלעדיגט לייסענס פאר מענטשן וואס האבן געוואלט באזיצן געווער, אן דעם וואס זיי זאלן דורכגיין די נויטיגע אונטערזוכונגען און פראצעדורן, דער פאליציי ליוטענענט איז אידנטיפיצירט געווארן אלס פאול דיען, א אפיציעלער באאמטער וואס איז געשטאנען אין שפיץ פון די לייסענס אפטיילונג ביז ער איז געגאנגען אויף פענסיע פריער דאס יאר.

צוזאמען מיט אים ווערט אנגעקלאגט נאך צוויי פאליציאנטם וואס זענען געווען הויכראנגיקע באאמטע אין די אפטיילונג, אינאיינעם מיט דשאן טשעמבערס, א אדוואקאט וועלכער האט געדינט אין די אכציגער יארן אלס אסיסטענט אטוירני דשענעראל פון ברוקלין, און לויט די באשולדיגונג האט ער געדינט אלס מיטל מענטש צווישן די גאן אייגענטומער און די פאליציי דעפארטמענט.

אין לויף פון די יארן וואס די שווינדל איז אנגעגאנגען האבן די באנדע ארויסגעגעבן א געשאצטע 100 לייסנעס וואס זענען נישט נאכגעקומען די לעגאלע סטאנדארטן, אויב ווערן זיי געפונען שולדיג שטייען זיי אויס א מאקסימום פון 10 יאר טורמע.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל