מעיאר די-בלאזיא האט פארגעשטעלט א נייע פלאן פון אויסברייטערן די פרי-סקול פראגראם דורך עפענען פראגראמען פאר 3 יעריגער קינדער, לויט׳ן פלאן וועט די פראגראם ארייננעמען אלע קינדער פון ניו יארק ביז 2012, און דערווייל וועט די פראגראם אנהייבן בלויז אין עטליכע געגנטער אין ברוקלין און בראנקס מיט א קאסט פון 36 מיליאן, און די סומע איז ערווארטעט צו שטייגן צו 177 מיליאן א יאר איינמאל די פראגראם איז אין פולן קראפט. די סיטי האט שוין א ענליכע פראגראם פאר 4 יעריגע קינדער און האבן אנגעוויזן אז זינט זיי האבן אריינגעברענגט דעם פראגראם אין עפעקט האט זיך די צאל קינדער אין סקול ביי דעם עלטער מער ווי פארטריפלט, דאס צושטעלן אזעלכע פראגראמען האבן אויך א שטארקע עקאנאמישע בענעפיט אויף ארימע פאמיליעס וויבאלד עס ערלויבט די עלטערן צו ארויסגיין ארבייטן אן צו דארפן צאלן פאר בעיביסיטערס.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל