Image result for wall street market



די נאסדאק אינדעקס האט היינט דינסטאג זיך געהויבן באלד אנהייב טאג צו א היסטארישע רעקארד פון 6000, דאס קומט א טאג נאכדעם וואס די וואל סטריט דשורנאל האט פארעפנטליכט פונקטן פון די טעקס רעפארם וואס פרעזידענט טראמפ פלאנט, צווישן אנדערע נעמט דאס אריין נידערן אלע קארפארעט שטייערן צו מאקסימום 15% וואס איז דראסטיש נידריגער פון די יעצטיגע 35% און אזוי אויך נעמט דאס אריין א פארפרעכונג צו גרינגער מאכן די פראצעדור פון אויספולן די פאפירן פאר די שטייער באאמטע וואס קען שפארן גרויסע געלטער פאר פירמעס.

די פלאן זאגט אז דער פרעזידענט וועט נידערן שטייערן אפילו עס וועט האבן א נעגאטיווע עפעקט אויף די נאציאנאלע חוב, מיט׳ן חשבון אז דאס וועט מוטיגן וואוקס און עווענטועל פארגרעסערן די עקאנאמיע. די סטאק מארקעט אין אלגעמיין האט געהאט א גאר גוטן טאג, די דאו דשאונס איז אויך ארויף מיט 155 פונקטן צו 20,919 און די עס-ענד-פי 500 איז ארויף מיט 7.87 פונקטן צו 2,382.02.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל