אין אן אינטערוויו וואס פרעזידענט טראמפ האט אפגעהאלטן מיט די ״אסאשיעטעד פרעס״ צו אפצייכענען די ערשטע 100 טעג פון זיין אדמיניסטראציע האט דער פרעזידענט געלאזט פאלן אינטרעסאנטע קאמענטארן איבער ווי ווייניג ער איז געווען באהאווענט מיט אמעריקאנער אויסערן פאליטיק פאר ער איז אריינגעקומען אין אמט, ער האט צווישן אנדערע מודה געווען אז ער האט גאר ווייניג געוויסט איבער נאט״א ווען ער האט געזאגט אז עס איז געקומען די צייט עס צו אויפלעזן.
ער האט אויך אדרעסירט זיין דראסטישע טויש אין פאזיציע ווען עס קומט צו כינע, וועמען ער האט שארף אראפגעריסן דורכאויס די וואל קאמפיין, און באטראכט זיי היינט פאר א פריינט, זאגנדיג ״זינט איך האב אויפגעבויעט א נאנטע באציאונג מיט פרעזידענט שי פון כינע קען איך זיי שוין נישט אנרופן די אלע ווערטער וואס איך האב גענוצט, אויך זיי האבן שוין אויפגעהערט מאניפולירן זייער קארענסי זינט איך בין אין אמט״
ער האט דורכאויס די אינטערוויו זיך ארויסגעדרייט פון ענטפערן קלארע ענטפערס אויף א רייע אנלעגנהייטן ווי העלט קעיר, די איראנער אפמאך, און נאך, ער האט אנשטאט דעם נאכאנאנד ארויסגעברענגט זיין שטארקע געווינס אין די וואלן, און אראפגעריסן די פרעסע אז זיי טוען אים באהאנדלען ״אומ׳יושר׳דיג״ און האט אויך אראפגעריסן פרעזידענט אבאמא זאגנדיג אז ער האט ״גארנישט אויפגעטון אין זיינע 8 יאר״
הוסף רשומת תגובה