אין די לעצטע טעג איז דאס ווייסע הויז אין א העפטיגע מיינונגס פארשידנהייט מיט די דעמאקראטן אין קאנגרעס איבער א בודשעט וואס דארף באשטעטיגט ווערן שפעטסטנס ביז פרייטאג צו קענען פארמיידן א רעגירונג אפשלוס, דער פרעזידענט האט ביז יעצט אנגעהאלטן א שטייפע פאזיציע אז ער וועט נישט קאאפערירן בלויז מיט א בודשעט וואס נעמט אריין פאנדינג פאר די גרעניץ וואנט וואס ער וויל בויען צווישן אמעריקע און מעקסיקא.
א ווארטזאגער פאר דאס ווייסע הויז האט געזאגט נעכטן נאכט אז דער פרעזידעט איז גרייט צו איינגיין אויף א אפמאך אונטער וועלכע עס זאל אריינגעלייגט ווערן מער געלט פאר גרעניץ זיכערהייט, און וועט לאזן אפן די דיסקוסיע איבער די גרעניץ וואנט פאר עטליכע מאנאטן ביז סעפטעמבער, טראצדעם וואס דער פרעזידענט האט שטארק פרובירט צו האלטן א קאמפיין צוזאג צו אנהייבן דאס אויפבוי פונעם וואנט אין די ערשטע 100 טעג פון זיין פרעזידענטשאפט וואס געפאלט דעם שבת.
נענסי פעלאוסי, די מינאריטעט פירערין אין קאנגרעס האט געזאגט אז די דעמאקראטן זענען גרייט אויף אזא אפמאך, און וועלן שטימען פאר א בודשעט וואס נעמט אריין מער געלט פאר גרעניץ זיכערהייט, ווייניגער ווי די 1.5 ביליאן דאלער וואס טראמפ האט פארלאנגט אנצוהייבן דאס אויפבוי פונעם וואנט וואס איז געשאצט צו קאסטן ארום 21 ביליאן דאלער.
אין די זעלבע צייט הערט מען אויך צווישן די רעפובליקאנער קעגנערשאפט צו די פאלן צו בויען דעם וואנט, אנגעבנדיג אז די הויכע קאסטן זענען נישט ווערט און די זעלבע זיכערהייט מאנאסמען קען גענומען ווערן אויף אנדערע וועגן.
הוסף רשומת תגובה