אין מדינת ישראל באזוכט אין די טעג דער דויטשער אויסערן מיניסטער זיגמאר גאבריעל, און ער האט לויט׳ן פלאן זיך געדארפט טרעפן מיט דעם מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער ביבי נתניהו, אבער דער פרעמיער מיניסטער האט געשטעלט אן אולטימאטום פאר׳ן אויסערן מיניסטער אז אויב וועט ער זיך טרעפן מיט די ״שוברים שתיקה״ גרופע וועט ער אפרופן די באגעגעניש.
די גרופע וואס רופט זיך ״ברעכן דאס שווייגעניש״ באשטייט פון א גרופע געוועזענע זעלנער אין די מדינת ישראל ארמיי וואס זענען אקטיוו אין אדוואקאטירן פאר די רעכטן פון די פאלעסטינער, און טוען באשולדיגן מדינת ישראל אין מלחמה פארברעכן, אנגעבליך פון זייער אייגענע ערפארונג, די גרופע איז גאר קאנראווערסיאל וויבאלד אויסער זייער לינקע אקטיוויטעטן ווערן זיי באשולדיגט דורך די מדינת ישראל רעגירונג אין אונטערגראבן קעגן די אינטערעסן פון לאנד אויף די אינטערנאציאנאלע ארענע.
די גרופע טרעפט זיך רעגלמעסיג מיט אויסלענדישע פאליטיקאנטן, און קאמפיינען פאר אינטערנאציאנאלע סאנקציעס קעגן מדינת ישראל, און דער פרעמיער מיניסטער האט אצינד גענומען די פרעצענדענטלאזע שריט פון סטראשען מיט א באיקאט יעדע אויסלענדישע פאליטיקאנט וואס טרעפט זיך מיט זייער דעלעגאציע, דער אויסערן מיניסטער האט דערווייל געזאגט אז ער וועט זיך טרעפן מיט די גרופע, און געזאגט אז ער טוט באדויערן די שריט פון נתניהו און האפט אז ער וועט זיך בארעכענען.
הוסף רשומת תגובה