Image Alternative Text

דער פארטיידיגונג מיניסטער דשים מעטיס האט נעכטן אפגעשטאט א בליץ באזוך אין אפגאניסטאן ווי ער האט זיך געטראפן מיט די ארטיגע נאט״א קאמאנדירן און אמעריקאנער גענעראלן, און אפגעהאלטן א פאראייינגטע פרעסע קאנפערענץ מיט די ארטיגע גענעראל אין שפיץ פון קאמאנדיר דשאן ניקעלסאן, וועלכער האט אין זיינע קאמענטארן שארף אראפגעריסן די רוסישע אינטערווענץ אין אפגאניסטאן, און זיי באשולדיגט אין באוואפענען די טאליבאנער. גענעראל מעטיס האט באשטעטיגט די באשולדיגונג און געזאגט אז ער זוכט צו לעזן די פראבלעם דיפלאמאטיש.

די באזוך איז געקומען אין שאטן פון די בלוטיגע אטאקע וואס די טאליבאנער האבן דורכגעפירט פאריגע וואך אין א אפגאנער מיליטערישע באזע אין וועלכע עס זענען אומגעקומען איבער 140 סאלדאטן, און די אמעריקאנער מיליטער לייגט אן די שולד אויף די רוסישע וועלכע דערלאנגען מיליטערישע און מאראלע שטיצע פאר די טאליבאנער. און טוען צושטעלן די מאשין גאנס וואס די טאליבאנער נוצן אין זייערע אטאקעס קעגן די אפגאנער קרעפטן.

 די רוסן לייקענען די באשולדיגונגען און זאגן אז זיי שטייען אין פארבינדונג מיט די טאליבאנער אין א פרואוו צו ברענגען א ענדע צו די קאנפליקט צווישן זיי און די רעגירונג, און אזוי אויך צו קאארדינירן זיכערהייט פראבלעמען ביי די גרעניץ צווישן רוסלאנד און אפגאניסטאן, און זוכן צו באאיינפלוסן די טאליבאנער צו ענדיגן זייער באוואפנטע קאמפ.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל