אין ווייטערדיגע שריט קעגן די סירישע רעזשים אלס רעאקציע צו די כעמישע אטאקע האט די אמעריקאנער רעגירונג ארויפגעשטעלט פינאנציעלע סאנקציעס אויף 271 אינדיווידועלע מענטשן וועלכע זענען פארבינדען צו די סירישע רעגירונג, אריינגערעכנט א רייע וויסנשאפטלער וואס ארבייטן אינאיינעם מיט די רעגירונג.
מערסטנס פון די אינדיווידועלן זענען איינגעשטעלטע אין די סירישע רעגירונג'ס "סייענטיפישע שטודיעס און פארשונג" צענטער, וואס לויט די אמעריקאנער טרעזשורי דעפארטמענט שטייט די צענטער אונטער די אנטוויקלונגע פון די כעמישע וואפנס וואס זענען גענוצט געווארן אין דער לעצטיגער אטאקע.
אונטער די סאנקציעס וועלן זיי נישט קענען מאכן קיין שום פינאנציעלע טראנזאקציעס אין אמעריקע, אדער מיט סיי וועלכע פירמע וואס טוט ביזנעס אין אמעריקע, און אמעריקאנער פינאנציעלע אינסטיטוציעס טארן נישט געבן קיין שום סערוויס פאר זיי.
הוסף רשומת תגובה