Image Alternative Text

אן אמעריקאנער סומבארין איז היינט אנגעקומען אין די געגענט פון קארעא, און געאנקערט אין סאוט קארעא, אין די זעלבע טאג האט נארט קארעא דורכגעפירט א ריזיגע דריל מיט ארטילעריע און טאנקן אינאיינעם מיט מיסילס צו דעמאנאסטרירן איר שטארקייט און שיקן א סיגנאל פאר אמעריקע. די לופט-געצייג טרעגער געפונט זיך דערווייל נאך אלס אויפ׳ן וועג צו די געגנט.

אמעריקאנער מיליטערישע פירער געפונען זיך אין טאקיא יאפאן פאר וויכטיגע בעראטונגען איבער די אנגעצויגענע סיטואציע. און האבן ארויסגעגעבן א סטעיטמענט אין וועלכע זיי זאגן אז אמעריקא און יאפאן וועלן ארבייטן אינאיינעם מיט כינע צו פארמיידן א קאטאסטראפע.

אזוי אויך האט דאס ווייסע הויז - אין א זעלטענע שריט וואס צייגט אויף די ערנסקייט פון די סיטואציע - איינגעלאדענט אלע סענאטארן פאר ספעציעלע בריפינג איבער די סיטואציע מיטנארט קארעא, דאס קומט א טאג נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט אין א באגעגעניש מיט יו.ען. אמבאסאדארן געזאגט ״פאר צענדליגע יארן האט די וועלט אוועקגעקוקט פון נארט קארעא, איך בין אנטשלאסן צו לעזן דעם פראבלעם איינמאל פאר אלעמאל״ צווישן אנדערעהאט דער פרעזידענט פארלאגנט פון זיי צו צו ארויפלייגן פרישע גאר שארפע סאנקציעס.

ביי די באגעגעניש מיט די סענאטארן האט זיך באטייליגט אויך דשים מעטיס דער פארטיידיגונגס סעקערטאר, און רעקס טילערסאן דער סעקערטערי אף סטעיט. דאס קומט א טאג נאכדעם וואס נארט קארעא האט געסטראשעט אז זיי וועלן זינקען דעם אמעריקאנער עיר-קרעפט קעריער וואס קומט אן מארגן אין די געגענט.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל