פראנצויזישע אידן פארלאנגען מארד פארשונג
פאריז – אידישע געמיינדע פירער אין פאריז האבן געשיקט א ביטע צו די לאקאלע פאליציי און פראקורארן, זיי זאלן נישט נעמען פאר לייכט דעם מארד פון א אידישער פרוי וואס האט פאסירט מיט א מאנאט צוריק.

פרוי שרה חאלימי הי"ד איז דערמארדעט געווארן דורך א מוסולמענער פארשוין, וועלכער איז איר ברוטאל איבערגעפאלן און איר ארויסגעשטופט פון א פענסטער פון א הויכער געביידע, בשעת ער האט געשריגן "אללא אכבאר" און אנדערע איסלאמישע דזשיהאדיסטישע סלאגאנען. די פאליציי האט טאקע נישט לאנג נאכ'ן מארד ארעסטירט דעם פארשוין, אבער זינט דאן איז ער דערקלערט געווארן אלס גייסטיש קראנק און איז סתם אריינגעשטעלט געווארן אין א פסיכישן צענטער פאר באהאנדלונג.

די אידישע פירער בעטן זיך דעריבער, די פאליציי זאלן נישט סתם אוועקלייגן דעם קעיס אלס א גייסטיש-קראנקער וועלכער האט זיך צעווילדעוועט, נאר עס אויספארשן אלס אן אנטיסעמיטישע טעראר אטאקע.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל