קובאנער מיליטערישע פליגער קראכט



האוואנא - א פליגער פון דעם קובאנער מיליטער האט אראפגעקראכט און אלע אכט זעלנער וועלכע האבן זיך דערויף געפונען זענען אומגעקומען.

דער קראך האט פאסירט ווען האט געהערשט א זוניגע און קלארע וועטער אין די הימלען פון דעם ארטעמיסא ראיאן אין קובא, און דער פליגער האט פאר אן אומקלארע סיבה אריינגעקראכט אין אן ארטיגן בארג. א ווארטזאגער פאר'ן קובאנער מיליטער האט געזאגט אז א ברייטע אויספארשונג איז אונטערגענומען געווארן, זייענדיג איינס פון די ערגסטע מיליטערישע פארלוסטן אין קובא׳ס לעצטיגע היסטאריע.

עקספערטן זאגן אז די סיבה איז ווארשיינליך צוליב דער אלטקייט פון די פליגערס, ווייל אלע קובאנער מיליטערישע פליגער זענען נאך געבויעט געווארן דורכן סאוועטן פאראיין און איז קיינמאל נישט געווארן געהעריג רענאווירט און באנייט.

די לעצטע אוויאציע טראגעדיע אין קובא איז געווען אין יאר 10׳ ווען א קאמערציאלע פליגער פון ״עראו קאריביען״ האט אראפגעקראכט העכער האוואנא מיט 68 אומגעקומענע.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל