רוסן פארלאנגען  פוטין אפצוטרעטן

מאסקווע - הונדערטער פראטעסטירער האבן זיך פארזאמלט אין צענטראל מאסקווע צו פראטעסטירן קעגן פרעזידענט וולאדימיר פוטין און פארלאנגען ער זאל אפטרעטן פון אמט.

די פראטעסטן קומען אין בעפארברייטונג צו די פרעזידענט וואלן וואס זענען געסקעדזשועלט פארצוקומען אין מערץ יאר 18׳, און טראץ וואס פוטין, וועלכער איז שוין 17 יאר ביי דער מאכט אין פארשידענע קאפּאציטעטן, האט דערווייל נאכנישט קלאר געזאגט אז ער וועט לויפן פאר ווידערוויילונג, דערווארט מען אז ער וועט לויפן. די פראטעסטירער האבן ארויסגעצייגט דרייסטקייט מיט׳ן ארויסקומען, און ענליך זענען פארגעקומען קלענערע פראטעסטן אין שטעט לענגאויס גאנץ רוסלאנד, אונטער׳ן מאטא ״מיר זענען שוין קראנק פון אים״.

עס איז ארגאניזירט געווארן דורך מיכאאיל קאדארקאווסקי, דער אמאליגער רייכסטער מאן אין רוסלאנד, וועמען פוטין האט באפרייט פון טורמע אין יאר 13׳ נאכ׳ן זיצן דארטן 10 יאר פאר פינאנציעלע מיסברויכן, וואס קאדארקאווסקי זאגט אז זיין ארעסט איז געווען פאליטיש-מאטיווירט.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל