כינע באפרייט  אמעריקאנער שפיאן




בעיזשינג - די כינעזער רעגירונג האט באפרייט אן אמעריקאנער בירגער וועמען זיי האבן געהאלטן ארעסטירט פאר צוויי יאר אן קיין פראצעס אויף באשולדיגונגען אז יענער האט שפיאנירט פאר אמעריקע.

סענדי גיליס איז ארעסטירט געווארן אין יאר 15׳ בעת'ן האלטן ביים אויפשטייגן אויף א פליגער ארויסצופליען פון כינע, און אין עטליכע סטעיטמענטס האט איר די כינעזער רעגירונג באשולדיגט אלס שפיאן, נישט ארויסגעבנדיג מער דעטאלן. איר מאן האט דערציילט אז כינע זאגט אז שוין זינט 996׳ האט זי עטליכע מאל באזוכט כינע אלס שפיאן פאר די עף-בי-איי צו רעקרוטירן כינעזער שפיאנען אלס דאפלטע-אגענטן קעגן דער כינעזער רעגירונג - א זאך וואס זי לייקנט און די אמעריקאנער רעגירונג זאגט אויך אז ס׳האט נישט קיין באזיס.

גיליס איז באפרייט געווארן אלס דירעקטער רעזולטאט פון העפטיגע געשפרעכן וואס די טראמפ אדמיניסטראציע האט געפירט מיט דער כינעזער רעגירונג, אין ליכט פון די באנייטע ווארימע באציאונגען צווישן טראמפ און כינעזער פרעזידענט שי דזשינפינג.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל