פראג – פאליציי אין פרוסטיץ, טשעכיי האבן אנטדעקט די מציבה פון הגאון רבי צבי יהושע הורוויץ זצ"ל וואנדאליזירט אויף א שרעקליכן פארנעם. דער צדיק וגאון איז נסתלק געווארן פון דער וועלט אום כ"ה תשון שנת תקע"ו, און דער בית החיים אין וועלכע ער איז נטמן געווארן, איז וואנדאליזירט און צעשטערט געווארן דורך די נאציס ימ"ש ביים צווייטן וועלט קריג און איז ליידער נאכ'ן קריג פארוואנדלט געווארן אלס א ספארט פארק.

מיט עטליכע יאר צוריק האבן א גרופע אידישע פילאנטראפן, אין שפיץ פון הרה"ח ר' אליעזר קעסטנבוים הי"ו, אונטערגענומען א פראיעקט צוריקצושטעלן די מציבה אין פרוסטיץ, און מען האט באוויזן אוועקצושטעלן א שיינע נייע מציבה. אבער ליידער איז עס געפונען געווארן צעשפאלטן אין צווייען פאריגן דאנערשטאג, און די לאקאלע פאליציי האבן אונטערגענומען אן אויספארשונג צו דערגיין ווער עס האט עס געטאן.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל