ען-עס-עי צוימט  אינפארמאציע זאמלונג


וואשינגטאן - די אמעריקאנער ״ען-עס-עי״ שפיאנאזש זאמלונג אגענטור האט געמאלדן אז זי וועט אפשטעלן א געוויסע סארט שפיאנאזש זאמלונג פון אמעריקאנער בירגער, וועלכע איז געקומען אונטער גרויס קריטיק אין די לעצטערע יארן.

די ען-עס-עי האט לאנגע יארן שטילערהייט אונטערגעהערט געזאמלט קאמיוניקאציעס פון אמעריקאנער בירגער, וועלכע האבן אין זייערע אנליין אקטיוויטעטן דערמאנט א נאמען פון אן אויסלענדישן פארשוין וועלכער איז אונטער אקטיווע אויספארשונג דורך די אמעריקאנער שפיאנאזש אגענטורן. דאס האבן זיי געטאן, וועלנדיג זען צי דער אמעריקאנער בירגער האט דערמאנט יענעמס נאמען ווייל ער איז אויך פארמישט אין די טונקעלע טעראר אקטיוויטעטן.

אין יאר 10׳ איז די וועלט צום ערשטן מאל געוואויר געווארן פון די פארשידענע סארט שפיאנאזש זאמלונגען אויף אמעריקאנער בירגער, פון די עדווארד סנאודען דאקומענטן, און דאן האט זיך אנגעהויבן א שטורעם אז די רעגירונג שפיאנירט אויף אירע אייגענע בירגער אפילו זיי זענען נישט באגאנגען א קרימינאלע אקט.

יעצט זאגט די ען-עס-עי, אז בלויז פאר׳ן שרייבן אויפ'ן אינטערנעט דעם נאמען פון אן אויסלענדישן וואס איז אונטער אויספארשונג, וועט מען נאכנישט ווערן א ציל פון סורוועילענס דורך די ען-עס-עי.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל