קאליפארניע העכערט גאזאלין שטייער

לאס אנדזשעלעס - קאליפארניער גאווערנאר, דזשערי בראון, האט אונטערגעשריבן א געזעץ וועלכע העכערט די ארטיגע גאזאלין שטייערן, מיט׳ן ציל צו נוצן די געלטער אויף צו פאררעכטן אלע אלטע און פארלאזטע בריקן און שאסייען איבער דער סטעיט.

די אישו פון העכערן גאזאלין שטייערן איז א האקעלע, און אפילו אין אזא דעמאקראטישע סטעיט ווי ניו יארק איז עס שווער צו באשטעטיגן, ווייל די רעפובליקאנער פאליטישאנס בלאקירן דאס און טענה׳ן אז ס׳איז סתם נאך א פרישער לאסט אויף די איינוואוינער. קאליפארניע׳ס גאווערנאר האט זיך אבער געמאכט אלס א הויפט ציל דאס דורכצופירן, זאגנדיג אז דאס וועט זיין א מאדעל פאר אנדערע סטעיטס נאכצוטאן.

די העכערונג לייגט צו פרישע 12 צענט פער גאלאן, און דער פלאן איז אנצוהאלטן די העכערונג בלויז פאר די קומענדיגע צען יאר. ס׳וועט אויפטרייבן 52 ביליאן דאלער, וואס ווי געשריבן וועט דאס גיין צו דעקן די מאסיווע אינפראסטרוקטור רענאוואציע פראיעקט וואס די סטעיט וויל אונטערנעמען.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל