25 יאר פון ראדני-קינג ראיאטן
פייערלעשער שפריצן וואסער אויף א ברענעגדיגע דרום לאס אנזשעלעס געביידע אום כ"ז ניסן תשנ"ב (אפריל 30, 1992), א טאג נאך וואס די ראיאטן האבן אויסגעבראכן איבער דאס פריי-לאזן די פיר פאליציי אפיצירן וואס זענען געווען אנגעקלאגט פארן שלאגן ראדני קינג.


לאס אנדזשעלעס - אין לאס אנדזשעלעס איז שבת פארגעקומען א סעריע פרידליכע ראליס און פארזאמלונגען, וואו מען האט אפגעצייכנט 25 יאר פון ווען עס האט אויסגעבראכן די בלוטיגע ראסע ראיאטן אין דער שטאט.

די ראיאטן האבן אויסגעבראכן אין אפריל 992׳, נאכדעם וואס 4 ווייסע פאליציי אפיצירן האבן ברוטאל צעשלאגן דעם שווארצן ראדני קינג און א לאקאלע געריכט האט ריינגעוואשן די אפיצירן פון סיי וועלכע קרימינאלע קלאגעס. דאס האט שרעקליך אויפגעברויזט די ארטיגע שווארצע מאסן, וועלכע זענען ארויסגעקומען און אנגעהויבן ראיאטירן, דורכגעפירט געשלעגן, פלינדערייען, פייערן און אנדערע ווילדע שריט. די ראיאטן האבן אנגעהאלטן זעקס טעג און האבן געקאסט די לעבנס פון איבער פופציג לאס אנדזשעלעס איינוואוינער, און נאענט צו צוויי טויזנט פארוואונדעטע. אויסער דעם האט די סיטי, אריינגערעכנט פריוואטע ביזנעסער, געליטן שאדנס פון נאענט צו איין ביליאן דאלער.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל