900 עפארדעבל אפארטמענטס אין סיטי ליידיג



ניו יארק – א באריכט פון ניו יארק סיטי פובליק אדוואקאט לעטישע דזשעימס דעקט אויף, אז עס זענען דא נאענט צו 900 אפארטמענטס וואס די סיטי האט אוועקגעשטעלט אלס עפארדעבל אפארטמענט דירות און זיי שטייען ליידיג אן קיין איינוואוינער, וואס מעיאר ביל דעבלאזיא האט רעאגירט צום באריכט מיט שאק. די דירות זענען טייל פון די ספעציעלע "טענענט אינטערים ליעס" פראגראם, אונטער וועלכע מען קען באקומען אן אפארטמענט פאר בלויז 250 דאלער א מאנאט, און לענגאויס די סיטי זענען דא 2,322 אזעלכע אפארטמענטס.

דער נייער באריכט פון דזשעימס צייגט אז 884 פון די אפארטמענטס שטייען ליידיג, צוליב וואס מ'האט פארשיקט די איינוואוינער צייטווייליג פאר רענאוואציעס, אבער די סיטי האט פארנאכלעסיגט און פארשלעפט די רענאוואציעס, און צענדליגער ווארטן שוין נאענט צו צען יאר צו קענען צוריקקומען צו זייערע אפארטמענטס.

דעבלאזיא האט פארשפראכן רעפארמען אינעם סיסטעם.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל