נייע פערי סיסטעם  אנגעהויבן פון מארגן



ברוקלין – מארגן מאנטאג וועט אפיציעל געלאזט ווערן אין גאנג די לאנג-דערווארטעטע נייער פערי שיף סיסטעם, וועלכע וועט דעקן אלע עקן פון ניו יארק סיטי.

מעיאר ביל דעבלאזיא האט שוין מער ווי א יאר צוריק געמאלדן די פלענער פאר'ן נייעם פערי סיסטעם, און מארגן מאנטאג וועלן זיך אנהייבן די רייזעס, וואס וועט ארייננעמען א שיף וועלכע וועט ארויספארן פונעם ברוקלין נעווי יארד, וואו די סיטי בויט א מאסיוון פּארט צו קענען אנקערן די פלאטע פערי שיפן פאר פארריכטונגען.

די סיטי האט געשלאסן אן אפמאך מיט דער "הארנבלאוער קרוזעס" פירמע, וועלכע וועט אנפירן מיט די רייזעס, און די שיפן וועלן זיין ספעציעל שיין אהערגעשטעלט, מיט די מעגליכקייט איינצוקויפן קלייניגקייטן בשעת'ן רייזן.

די נייע פערי סיסטעם וועט ארבעטן פונקט ווי די עקזיסטירנדע סאבוועי און באס סיסטעם, אז ס'וועט זיין איין פרייז פאר אלע רייזעס, 2 דאלער און 75 צענט.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל