קאליפארניע – אן אינטערעסאנטער אנאליז אין "אסאשיעטעד פּרעס" האט באטראכט דעם פענאמען אז דער אנליין ריז "עמעזאן" האט זיך לעצטנס גענומען עפענען פיזישע בוך געשעפטן (אויסער זייער אויפטו פון "עמעזאן-גאו", א טעכנאלאגישע גראסערי).

פארוואס עמעזאן פארמאגט פיזישע געשעפטן
דאס קומט אין א צייט וואס עמעזאן איז דער קעניג פון אנליין איינקויפונגען, אלזא פארוואס זוכט זי זיך אריינצולאזן אין פיזישע געשעפטן?

דער אנאליז ציטירט קאמענטארן פון עמעזאן עקזעקוטיוון, וועלכע ברענגען ארויס אז עמעזאן איז טאקע די גרעסטע אין אנליין איינקויף, אבער פארט ווערט נאך אלץ ניינציג פראצענט פון די וועלט'ס ריטעיל שפענדונגען אויסגעגעבן אין פיזישע געשעפטן, און עמעזאן וויל נישט פארפאסן אזעלכע מענטשן וואס גלייכן איינצוקויפן זייערע ביכער אין פיזישע געשעפטן.

נאך א סיבה וואס דער אנאליז ברענגט ארויס איז, אז די פיזישע געשעפטן גיט א געלעגנהייט פאר עמעזאן ארויסצושטעלן זייערע טעכנאלאגישע ערפינדונגען און אייגן-פראדוצירטע מאשינקעס, אזוי אריינצוכאפן נאך קאסטומערס וועלכע זענען ביז יעצט געווען איינגעהאלטן מיט'ן פארכאפט ווערן אין דער טעכנאלאגישער רעוואלוציע.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל