וועט טראמפ פובליצירן די "קענעדי פיילס"?
וואשינגטאן – אזויפיל ווי 3,600 דאקומענטן ארום דעם אטענטאט אויף פרעזידענט דזשאן עף קענעדי ווערן געהאלטן אין געהיים דורך דער אמעריקאנער רעגירונג, וואס דאס גיט צו צו די קאנספיראציעס אז די שיסעריי איז נישט געווען אזוי פשוט ווי די רעגירונג לייגט עס אראפ, און ס'איז מעגליך אז געוויסע אינערהאלב דער רעגירונג האבן גאר צוגעהאלפן צו דעם אטענטאט.

אין 992' האט קאנגרעס באשטעטיגט א געזעץ אז די דאקומענטן זאלן בלייבן ווייטער אין געהיים פאר נאך 25 יאר, און היי יאר אקטאבער 26 ענדיגט זיך די 25 יאר, וואס דאן וועט די פעדעראלע רעגירונג אויטאמאטיש מוזן ארויסגעבן די טויזנט דאקומענטן פאר'ן פובליק. דער פרעזידענט האט אבער די מאכט צו זאגן אז די דאקומענטן זאלן נישט ארויסגעגעבן ווערן, און ס'וועט זיין אינטערעסאנט צו זען, צי טראמפ וועט לאזן די דאקומענטן ווערן פובליק, אדער וועט ער דאס האלטן אין געהיים.

טראמפ האט א שטיקל היסטאריע מיט קאנספיראציעס ארום דעם קענעדי אטענטאט, זאגנדיג ביים קאמפיין אז דער פאטער פון זיין קעגנער טעד קרוז איז געווען א פריינט פונעם קענעדי מערדער הארווי לי אסוואלד.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל